תגלית היסטורית ודרישת שלום אוטנטית מתוך חדרו של הצדיק משטפנשט ממש
מתוך העיתון "שריפט" שיו"ל בחג הסוכות תשפ"ב באידיש ותורגם על ידי המערכת
האדמו"ר רבי אברהם מתתיהו פרידמן זצ"ל משטפנשט
נפטר כ"א תמוז תרצ"ג
ובן אחותו האדמו"ר רבי מנחם נחום פרידמן זצ"ל מאיצקאן שטפנשט
נפטר כ"א סיון תרצ"ג
האדמו"ר רבי אברהם מתתיהו משטפנשט זצ"ל היה בנו של האדמו"ר רבי מנחם נחום משטפנשט זצ"ל בנו של הרה"ק מרוז'ין זי"ע, רבי אברהם מתתיהו היה מגדולי אדמור"י בית רוז'ין בזמנו, והשפעתו נשארה לדורות עד היום הזה. בשנת תשכ"ט העלו את ארונו הקדוש לארץ ישראל, ורבבות פוקדים את מקום מנוחתו ונפקדים בישועות.
להרה"ק משטפנשט נסעו רבבות חסידים, בין גדולי החסידים היה הרה"ק מריבניץ זצ"ל, הרה"ק מסקולען בעל הנועם אליעזר זצ"ל ובנו הרה"ק רבי ישראל אברהם זצ"ל שנסע אליו בילדותו והתברך מפי קדשו, שכל ימיהם היו מדברים אודות שגב קדושת רבם.
הרה"ק משטפנשט לא היו לו בנים, ומשום כן הביא לשטפנשט את בן אחותו האדמו"ר רבי מנחם נחום פרידמן זי"ע, בנו של גיסו הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מאדז'ור זי"ע בנו של הרה"ק רבי יצחק מבוהוש זי"ע שהי חתן אביו האדמו"ר הראשון משטפנשט.
רבי מנחם נחום כיהן בתחילה כאדמו"ר באיצקאן, והיה נקרא בשמו דער איצקאנער רבי, הוא היה לו הבנה רחבה בהרבה חכמות, והשתמש בידיעותיו כדי להעמיד הדת על תלה כנגד רוחות ההשכלה שנשבו אז באירופה.
בשטפנשט שימש רבי מנחם נחום כאדמו"ר לא רשמי, ועמד לימינו של דודו הרה"ק משטפנשט זי"ע, ויועד להיות ממלא מקומו, אבל לדאבון לב נחלה ונפטר חודש ימים קודם הסתלקותו של דודו הרה"ק משטפנשט זי"ע.
העיתון "דער לובלינער טאגבלאט" הופיע בעיר לובלין שבפולין, ועלה בידם לערוך שיחה עם האדמו"ר משטפנשט ואחינו האדמו"ר מאיצקאן.
כרגיל הראו כותבי העיתון עם הארצות גדולה בכל הנוגע לשומרי תורה ומצוות בכלל, ובפרט בנוגע לאדמורי"ם, ולכן יש שם כמה טעויות, כמו מה שכתבו בטעות שרבי מנחם נחום הינו בנו של רבי אברהם מתתיהו, ועוד כתבו שרבי אברהם מתתיהו הנו בנו של הרה"ק מרוז'ין, שתי עובדות שבטעות יסודם.
עצם השיחה יש בו קטעים קורעי לב, בהם מתייחס האדמו"ר רבי מנחם נחום למצב העגום של היהדות החרדית ברומניה, שם היתה היהדות בשפל המדרגה רח"ל.
להלן הבאנו את השיחה הנדירה שנכתבה על ידי כתב העיתון, בתרגום ללשון הקודש:
כשמונים ק"מ מהעיר יאסי, בין הרים לגבעות, נמצאת העיירה שטפנשט.
תיאור רחובות העיירה שטפנשט
צעדתי ברחוב הראשי של העיירה, בה כל דלת מוליכה לחנות או חנות קטנה, חנויות יהודיות עניות עם סחורה עבור הגויים, אבל הסחורה נמצאת על המדפים ואילו הגויים אינם באים לקנות, לפי שגם אצל הכפריים יש עניות נוראה, מצד אחד של העיירה לצד השני שומעים דבר אחד, אין פרנסה!!!
האדמו"ר הוא המרכז של העיירה, הוא הנחמה של הדור המבוגר, כולם רצים לרבי לקבלת עצה וברכה.
ישנם שני אדמורי"ם, רבי אברהם מתתיהו פרידמן ובן אחותו רבי מנחם נחום, הישיש הוא ישיש בן למעלה משמונים שנה, נכדו של הרה"ק מרוז'ין, הצעיר הוא חתנו של הרה"ק מטשורטקוב, השם של שניהם הולך בכל רחבי רומניה ומכל רחבי רומניה באים אליהם.
הבקשה להתקבל לשיחה אצל הצדיק
אני שולח לאדמו"ר הצעיר שברצוני לראות אותו, ושלח לי תשובה לבא בשעות הערב, בשער מקבלים את פניי הגבאים והחסידים שכבר שמעו עלי, כל אחד מברך אותי בברכת שלום עליכם לבבי, ומבקשים ממני סיגריה…
קבלת הפנים הראשונה מהרה"ק מאיצקאן
האדמו"ר הצעיר מקבל אותי בחדרו הפרטי, מולי יושב אדמו"ר בעל עינים חכמות, פנים מלאות עם זקן שחור, שיש לו השקפה בהירה על כל דבר שנשאל, יש לו ידיעות ברורות על הנעשה בישיבות באמריקא, האגודה בפולין, הציונות והאנטישמיות וכל שאר השאלות הנוגעות לעם היהודי.
הנני מבקש ממנו שיאמר לי איזה דבר אודות חצר הקודש, ואודות הנוסעים לחצר הקודש, האדמו"ר הצעיר אינו מנהיג את חצר הקודש, ואינו עורך שולחנות, מחמת חליו.
על יהדות רומניה ובסרביה
ולגבי יהדות רומניה אין לו עליהם ידעיה טובה. וכך הם דבריו: היהודי הרומני הרי הוא אדם חיצוני, הנשמה תופסת אצלו מקום קטן בלבד, הוא אוהב לייפות את עצמו ולחיות חיים טובים, אבל בפנימיותו הוא ריק מתוכן, יכול אתה לפגוש יהודי פשוט ולחשוב שעומד מולך פריץ, והוא יכול להתלבש כפי המודה החדשה עם כפפות ומקל, אבל כשתדבר אתו שיחה תמצא שאין לו את ההנהגה המינימלית של אדם מן הישוב, ומשום כן מלבד להיות רבי הרי הוא צריך לשמש גם כמורה וכמעניש.
ולגבי היהדות אומר הרבי הצעיר, עדיף שלא תשאלו אותי, היהודים שלנו ברומניה היו תמיד ונשארו רחוקים.
הרבי משווה בין יהודי בסרביה ליהודי רומניה העתיקה, בשתי המדינות מתרבה נגע נישואי התערובת, אבל ברומניה העתיקה זה קורה ללא סיבות מיוחדות, אבל בבסרביה זה קורה מחמת העניות הנוראה, לפי שהשקצים אינם תובעים נדן….
תיאור ה'הויף' בשטפנשט – החצר של הצדיק
הנני נפרד מהאדמו"ר הצעיר והנני עובר לדירה הסמוכה, מקום מגוריו של האדמו"ר הישיש, זהו מבנה מפואר מרובה חדרים, לפני ביתו של האדמו"ר ישנו חדר מבוא עבור החסידים והגבאים, מלא בעתיקות יקרי ערך, שקיבל האדמו"ר בירושה מאביו ומזקנו הרה"ק מרוז'ין.
הכניסה לחדר הצדיק
הגבאי המבוגר מכניס אותי לחדרו של האדמו"ר, חדר מרובע, החדר חשוך מעט, החדר מרוהט חלקית, במרכז החדר יושב על הכסא האדמו"ר הישיש, לבוש בבגד מהודר עם עיטורים מיוחדים, מראה פניו זוהר, זקנו לבן עם עינים כחולות עמוקות, הגבאי מבקש ממני שלא אאריך בשיחה, מחמת חולשתו של הרבי.
אבל הרבי עונה לעומתו, "נישט קשה", "איני זקן כל כך כמו שמדמים".
על חדר המשיח
הנני מבקש לשמוע אודות חדרו של משיח שיש בביתו, שיצא שמו בכל רחבי אירופא.
"את החדר בנה אבי ז"ל, כשגמרו את בנין החדר וראה אבי את היופי והפאר של החדר, נענה ואמר: בחדר זה יהיה האכסניא של משיח, והוא גם הכין כתר מזהב לכבודו של משיח, והכתר נעול ואין מי שיוכל לראותו".
הסיור בחדרי ה'הויף'
האדמו"ר צוה לגבאי להראות לי את כל חדרי חצר הקודש, החדרים מלאים בהרבה נפלאות, כמראות מלוטשות, גביעי זהב, כוסות ובקבוקים מקריסטל, והרבה עיטורי זהב וכסף, כל רהיט יש לו יחוס אחר או כוונה מיוחדת, והגבאי הזקן ביאר לי את המשמעות של כל דבר.
הכניסה לחדר המשיח
הגבאי מכניסני אל תוך "משיח'ס צימער", הכתלים מצויירים בציורים מרהיבים, הדלתות נעשו מעץ מיוחד, עם עיטורים מיוחדים, עם חריטות מיוחדות, מזוויות החדר מאירים כלי כסף וכלי זהב, גביעים, כלי הבדלה ומנורות, על השולחן עומד גביע גדול מקריסטל, גביע שעליו היה מקדש הרה"ק מרוז'ין, הגבאי הולך על קצות אצבעותיו ונוגע בכל דבר מתוך יראת הכבוד מיוחד.
ארון הכתר של המשיח וסיפורו נחשף
ואז מראה לי הגבאי ארון נעול ומצביע ואומר, כאן נמצא כתרו של משיח, היודע אתה מהו עלותו של כתר זה, אלפיים זהובים ושני נפשות, הנכם תמהים, אם כן אספר לכם, הרה"ק מרוז'ין [משטפנשט] זי"ע הזמין את הכתר אצל אחד מגדולי הצורפים במדינה, והבטיח לו אלפיים זהובים, בתנאי שיעבוד על הכתר רק בנוכחותו של הרה"ק בעצמו, אבל לפי שהרבי היה תמיד עוסק בעניניו, לא היה הצורף יכול לעבוד על הכתר כי אם שעה ביום, וכאשר ראה הצורף שנמשך זמן הכנת הכתר, החליט הצורף לעזוב את העבודה, אבל הרבי הענישו [כך חשב הצורף], ונלקח ממנו בנו, וכאשר ראה הצורף את האסון, שב אל הרבי והמשיך בעבודתו, אבל כעבור זמן ועדיין לא סיים את הכנת הכתר, איבד שוב הצורף את סבלנותו, והפסיק לבא, ושוב העניש הרבי [לשיטתו של הצורף] את הצורף, ונלקח ממנו עוד בן, הצורף הבין ששוב לא יוכל לעמוד כנגד כוחו של הרבי, וחזר לסיים את הכתר, וזהו מה שאמרתי – סיים הגבאי – שעלותו של כתר זה, הוא אלפיים זהובים ושני נפשות.
דער שטעפינעשטער זי"ע אין א שמועס מיט'ן לובלינער טאגבלאט
האדמו"ר רבי אברהם מתתיהו פרידמאן זצ"ל משטעפינעשט
נפטר כ"א תמוז, תרצ"ג
און זיין פלומעניק האדמו"ר רבי מנחם נחום פרידמאן זצ"ל מאיצקאן שטיעפינעשט
נפטר כ"א סיון, תרצ"ג
האדמו"ר רבי אברהם מתתיהו משטעפינעשט זצ"ל איז געווען א זון פון האדמו"ר רבי מנחם נחום משטעפינעשט זי"ע, וואס ער איז געווען א זון פון הייליגן רוזינער זי"ע. רבי אברהם מתתיהו איז געווען פון די גאר אנגעזעענע רבי'ס אין דער רוזינער גזע אין זיינע צייטן, און זיין השפעה איז פארבליבן ביז'ן היינטיגן טאג, און יאר תשכ"ט האט מען מפנה געווען זיין הייליגער גוף פון שטעפינעשט קיין ארץ ישראל, וואו טויזנטער אידן זענען כסדר פוקד זיין ציון וואו מען זעט ישועות.
דער שטעפינעשטער האט געהאט טויזנטער חסידים, און צווישן זיי האט אויך געציילט דער ריבניצער רבי זצ"ל, דער סקולענער רבי זצ"ל בעל נועם אליעזר וועלכער האבן כל ימיהם ארומגערעדט איבער דער קדושה פון זייער גרויסן רבי'ן.
היות דער שטעפינעשטער האט נישט געהאט קיין קינדער, האט ער אריבערגעברענגט קיין שטעפינעשט זיין פלומעניק האדמו"ר רבי מנחם נחום פרידמאן זי"ע, וועלכער איז געווען א זון פו זיין שוועסטער, זיין פאטער איז געווען האדמו"ר אברהם יהושע העשיל מאדז'וד זצ"ל א זון פון האדמו"ר רבי יצחק מבוהוש זצ"ל.
רבי מנחם נחום וועלכער איז קודם געווען א רבי אין איצקאן, און איז גערופן געווארן 'דער איצקאנער', האט געהאט ברייטע פארשטאנד אין פילע וועלטליכע חכמות, אבער ער האט דאס גענוצט צו פארטיידיגן דעם ערליכן לעבנ'ס שטייגער קעגן די רוח ההשכלה וואס האט דאן געשוועבט אין אייראפע.
אין שטעפינעשט איז רבי מנחם נחום געווען און אומאפציעלער רבי און געשטאנען צו דער האנט פון זיין פעטער דער שטעפינעשטער זי"ע, ער איז געווען באשטימט זו ציין דער ממלא מקום, אבער ער איז ליידער קראנק געווארן און נפטר געווארן מיט גענוי איין חודש איידער דער הסתלקות פון זיין פעטער דער שטעפינעשטער זי"ע.
דער לובלינער טאגבלאט איז ווי פארשטענדליך ערשינען אין שטאט 'לובלין', פוילן, און עס איז זיי געלונגען אפצוהאלטן א שמועס מיט ביידע רביים פון שטעפינעשט.
ווי אלעמאל האבן די צייטונג שרייבער געמוזט ארויסווייזן עם הארצות און אומוויסנהייט ווען עס איז געקומען צו היימישע אידן און בפרט צו רבי'ס, דעריבער באצייכענט דער שרייבער גרייזיג אז רבי מנחם נחום איז א זון פון רבי אברהם מתתיהו, וואס ווי דערמאנט איז דאז נישט אמת. אויך שרייבט ער אז רבי אברהם מתתיהו איז א זון פון רזינער זי"ע, וואס איז אויך א גרייז, ער איז געווען אן אייניקל.
דער שמועס זעלבסט האט הארצרייסענדע שטיקלעך, ווי דער רבי ר' מנחם נחום דרוקט אויס זיך אויס גאר שארף אויפ'ן מצב פונעם יהדות החרדית אין זיין געגנט אין ראמעניע, ווי דאס אידישקייט איז רח"ל געווען אויף א שרעקליכן שפל המצב.
פאלגעד איז דער שמועס אויפ'ן אריגינעלן געשריבענעם אידיש.
*
ביי צווי רביים אין רומעניען
א בעזוך פון י. האראוויץ
אנ'ערך אכציג קילאמעטער פון יאסי, פערווארפען צווישען בערג און טאהלען ליגט דאס שטעדטעל שטעפאנעשט.
איך בין געגאנגען איבער דער הויפט גאס פון שטעדטעל, וואו יעדער טיהר פיהרט צו א קראם, אדער געוועלבעל. ארימע יודישע קלייטלעך מיט גויאישע סחורה. אבער די סחורה ליגט און די פאליעס און דער גוי קומט נישט, ווידער די אייגענע זאך. קריזי און ארימקייט ביים פויער. פון איין זייט שטעדטעל ביזן צווייטען הער איך איין זאך: נישטא קיין פרנסה.
דער רבי איז דער צענטר פון שטעדטעל. פאר דעם יונגען דור א רעטעניש, פאר דעם אלטען – א טרייסט. וואס עפעס לויפט מען צום רבי'ן ער זאל עצה'ן, בענשען. פארהאן זענען צוויי רביים: רבי אברהם מתתיהו פאידמאן און זיין זוהן מנחם נחום. דער עלטערער – א זקן פון איבער אכציג. דער יונגערער – אנ'ערך פופציג. דער עלטערער איז א זוהן פון ריזשינער, דער יונגערער איז אנ'איידעם פון טשארטקאווער. ביידע שמ'ען זיי איבער גאנץ רומעניען און פון אומעטום קומט מען צו זיי.
איך לאז וויסען דעם יונגערן רבי'ן אז איך וויל איהם זען. ער הייסט מיך קומען אין אווענד. ביים טוער בעפאלען מיך חסידים, גבאים, זיי ווייסען שוין ווער איך בין. איטליכער שטעקט מיר אריין א פוילען, ווייכען שלום עליכם און מאנט ביי מיר א פאפיראס [ציגארעטל] …
דער יונגער רבי נעהמט מיך אויף אין זיין פריוואטען צימער. ענטקעגן מיר שטעהט א הויכע פעסט געבויעטע אימפאזאנע פיגור מיט גרויסע קלוגע אויגען, א פלוער געזיכט און א שעהנע שווארצע בארד מיט א קלארען בליק אויף יעדע פארגע. ער איז גענוי באקאנט מיט די ישיבות אין אמעריקא, מיט דער אגודה אין פוילען, מיטן ציוניזם, אנטיסעמיטיזם און אלע אנדערע פראגען וואס זענען נוגע דעם יודישען פאלק.
איך בעט איהם ער זאל מיר עפעס זאגען וועגן זיין "הויף" און וועגן די יודען וואס קומען צו איהם. ער פירט נישט קיין "הויף" און פראוועט נישט קיין טישען, מחמת ער איז א קראנקער מענש און וואס שייך די רומענישע יודען האט ער נישט קיין איבריג-געהויבענע מיינונג וועגען זיי. דער רומענישער יוד, זאגט ער, איז אנ'אויסערליכער מענש, די נשמה פארנעהמט ביי אים א זעהר קליינער ארט. ער האט ליעב צו פוצען זיך און לעבן א גוטען טאג, אבער אינעווייניג איז ער פוסט עדיג, אזוי, למשל, קענט איהר עגעגנען א פשוטען מענשען און פיינען, ער איז א פריץ, ער קען דאך פארגינען טראגען לאקירטע זיך, האנדשוח, א שטעקעלע, נאר אז ..הר צושמועסט זיך מיט איהם זעהט איר, אז ער פערמאגט נישט די מינדעסטע זיטליכקייט פון א ציוויליזירטען מענשען. איהם קומט דעריבער אפט אויס צו זיין חוץ א רבי אויך א פרעדיגער, א זיטען-לעהערער, א שטראפער.
"און וואס איז שייך יודישקייט, זאגט דער רבי, זאלט איהר מיך בעסער נישט פרעגען, אונזערע יודען (דאס הייסט די רומענישע) זענען שטענדיג געווען און פערבליבען ווייט פון יודישקייט".
דער רבי מאכט זעהר אנ'אינטרעסאנטען פערגלייך צווישען בעסאראביער און אלט רומענישע יודען. אין ביידע פראווינצען קומען פאר געמישטע חתונות צווישען יודישע מיידלעך און שקצים. אבער אין אלט רומעניע ווערט עס געטוהן אהן קיין בעשטימטע סיבות, בעת אין בעסאראביע וואו די ארימקייט איז פיעל גרעסער, זענען די יודישע מיידלעך אפט פשוט געצווינגען דאס צו טהון, מחמת א קריסטליכער חתן מאהנט נישט קיין נדן…
איך פערלאז דעם יונגען רבי'ן און איך געה אריבער אין דעם צווייטען הויז וואס דער אלטער רבי אברהם מתתיהו וואוינט. דאס איז א פראכטפולע געביידע מיט אסך גרויסע עלעגאנט-מעבלירטע חדרים. מיט א בעזונדער פאדער- צימער פאר די חסידים און גבאים און מיט אהן א שיעור ווערטפולע אנטיקען. וואס זענען איבערגעבליבען אלס ירושה פון זיין פאטער רבי ישראל דער ריזשינער ז"ל.
דער עלטסטער גבאי פיהרט מיך אריין אינם רבינס חדר. א גרויס פיער-

דער עלטסטער גבאי פיהרט מיך אריין אינם רבינס חדר. א גרויס פיער- עקיג צימער. טונקעל בעלויכטען מיט אפאר מאסיווע שטיקלעך מעבעל. אין הונטערגרונד, אנגעשפארט מיטן עלענבויגען אן טיש, זיצט דער אלטער רבי אנגעטהון אין א שעהנעם געבלומטען כאלאט, א קלאר לויטער געזיכט מיט א ווייסער שיטערער בארד און טיעפע בלויע אויגען. דער גבאי בעט מיך איך זאל לאנג נישט רעדען מיט רבי׳ן, מחמת ער איז מיד און שוואך.
"ניש-קשה, ניש-קשה" זאגט דער רבי "איך בין נאך נישט אזוי אלט, ווי מען מיעט".
איך בעט איהם, ער זאל מיר זאגען וועגען דעם "משיח-צימער" אין זיין הויז וואט האט א שם איבער גאנץ רומעניע.
"דאס צימער האט מיין פאטער ז״ל געבויט. וואס דאס צימער איז פארטיג געווארן און מיין פאטער האט געזעהן ווי שעהן עט איז, האט ער געזאגט: "דא וועט איינשטעהן משיח". ער האט אויך אנגעגרייט א גאלדענע קרוין פאר משיחין, אבער די קרוי! איז פערשלאסען, און קיינער קען זי נישט זעהן".
ער הייסט דעם גבאי מיי אויסווייזען אלע צימערען, די צימערען זענען פול מיט כל. ערליי וואונדערליכע זאמן, ווי געשליפענע שפיגלען, גאלדענע בעכערס, קרישטאלענע גלעזער און פלעשער און א סאך גאלד און זילבער־בעפוצונגען. איטליך שטיקעל מעבעל האט אנדערע בעדייטונג, און אנ׳אנדערער יחוס, און דער אלטער גבאי ערקלערט מיר דעם אבשטאם פון די חריפות פון יעדע זאך בעזונדער.
ער פיהרט מיר אריין אין "משיח׳ס צימער". די ווענט זענען מיט פראכטפולע רעליגיעזע געמעלע! מאלערייען!", דער דיל און די טיהרען זענען געמאכט פון פיין־געשניצטען האלץ מיט זעלטענע איינפאסטונגען. פון די ווינקלען בלישטשען ארויס גאלדענע און זילבערנע כלים, בעכערס, הבדלה פושקעלעך און מנורות. אויפ׳ן טיש שטעהט א גרויסער קרישטאלענער בעכער, פון וועלכען דער ריזשינער ז״ל, פלעגט מאכען קדוש, דער גבאי געהט אויף די שפיץ־פינגער און בעריהרט יעדע זאך מיט א בעזונדער יראת הכבוד.
"און דא", צייגט מיר דעו־ גבאי א פארשלאסענע שאפע, "געפינט זין־ די משיח-קריין. און ווייסט איהר וויפיעל די קרויסן קאסט? צוויי טוקענד קערבלעך מיט צוויי נפשות, איהר וואנדערט זין־ הא? ורעל איך אייך דערצעהלען דעו־ רקשינער ז״ל האט די קרוץ בעשטעלט ביי איינעם פץ די גרעסטע גאלדשמיטדען אין לאנד. ער האט איהם צוגעזאגט צוויי טויזענד קערבלעך, בתנאי אז דעו־ גאלדשמיד זאל ארבייטען די קרוץ נאר אילם חזשינערס געגעטוארט. אבער אזה ווי דעו־ ריזשינער אח געווען שטארק פערטמען, פלעגט דער גאלדשמיד מעהר ווי איין שעה אץ טאג נישט ארבייטען. געזעוזן אז עט נעהמט צו לאנל האט דער גאלדשמיד בעשלאסן אבצולאזען די ארבייט. דעו־ רויזשינער האט איוזם פאר דעם בעשטראפט, אץ ביי איהם צוגעטמען א קינד. ווען דעו־ גאלדשמיד האט דערזעהן זיין אומגליק, האט ער זיך צוריק אומגעהקעהרט צום רבי׳ן אץ ווייטער פארטגעזעצט ח ארבייט. און ווידער אק אוועק א צייט און ח קרויז אק נאך אלץ נישט געווען פערטיג האט דער גאלדשמיד ווידעו־ פערלוירען דאס געדולד או! ווידער אויפגעהערט קומען. דעו־ רבי האט דעם גאלדשמיד נאך אמאל בעשטראפט, און ביי איהם צוגענומען א צווייט קינד. דער גאלדשמיד האט געפיהלט, אז ער קען זיך מעהר נישט ענטגעגענשטעלען דעם רבי׳נס כח, און ער האט בעשלאסען צו ענדיגען די קרוין. און אט אזי ווי איהר זעהט פערענדיגט דער גבאי, "האט די קרוין געקאסט צוויי טויזענד קערבלעך מיט צוויי נפשות״…